FAQ

מיר לייגן דא ארויס די מערסט געפרעגטע פראגעס וואס ווערט געפרעגט דורך פאסאזשירן וואס באניצן זיך מיט חסד דוויליאמסבורג

ווער זענען די חסד וואלונטירן?
עס פאדערט זיך ארויסצוהייבן פון וועם די “חסד וואלאנטירן״ באשטייען, מען רעדט דא פון טייערע אידן וועלכע פארדינען נישט קיין צענט אויף זייערע חסד ארבעט, און זיי רייסן זיי זיך אוועק פון זייער ארבעט ממש נאר כדי ארויסצוהעלפן אחינו בני ישראל. סיי די דרייווערס, סיי די דיספעטשערס (וועלכע הייבן אויף דעם טעלעפאן אנצונעמען אייערע טריפ׳ס) און די קארדינעיטארס (וועלכע שטייען בראש פון “חסד״ און זיי פארפיגן אויף די טעכנישע חלק אז די חסד אפעראציע זאל אנגיין ווי עס ברויך צו זיין), אלע האבן איין ציל שטיין צו הילף פאר אידן וועמענ׳ס מצבים ברענגט זיי זאלן מוזן אנקומען אין די שפיטעלער אד״ג.. מערסטנס חסד טריפס ווערן געטון אויף א אופן וואס די דרייווער פארט ספעציעל צו דעם ארט, בעת די אנדערע טריפס ווערן געדעקט דורך דרייווערס וועלכע פארן סייווי דורך יענעם פלאץ, און כאפן אריין א מצוה אין די זייט.
ווען איר וועט רעדן צו סיי וועם פון די הונדערטער חסד וואלונטירן אדער דיספעטשערס וועלן פילע קענען אנצייגן אויף סיי וואספארא עפיזאד אדער השתלשלות וויאזוי זיי זענען אנגעקומען צו די דאזיגע פאזיציע פון סערווירן אחינו בני ישראל בלי תשלום גמול. וו.צ.ב.ש. מען איז אליין דורכגעגאנגען א סיטואציע וואס מען האט געמוזט צוקומען צו חסד און געווארן איבערגענומען פון דעם רעיון, אדער מען האט זיך דורך סיי וועלכע סיבה נאנט באקענט מיט חסד, אדער פשוט מען איז זיך די וועג פון חסד
חסד פראגעס און ענטפערס אליינס געגאנגען מעלדן צו חסד כדי צו האבן א חלק אין דעם געוואלדיגן פראיעקט.
הצד השוה שבהם, אז קיינער פון די וואלאנטירן באקומן נישט באצאלט, עס איז נישטא קיין קאסע, נישט קיין פאנדרעיזדינג קאסע, און זיכער נישט קיין שטאטישע פראגראמען קאסע. יעדער טוט עס צו מהנה זיין דעם רבונו של עולם׳ס קינדערלעך מיטן גרעסטן הנאה, אריינצוכאפן נאך מצוות ומעשים טובים.
וואס איז דאס “חסד ד׳וויליאמסבורג״?
“חסד ד׳וויליאמסבורג״ איז אן ארגאנאזאציע וועלכע איז געגרינדעט געווארן בשנת תשנ״ח לפ״ק מיטן ציל צו פארלייכטערן פאר משפחות וועלכע דארפן זיך איינטיילן צו זיין צוזאמען מיט א משפחה פאציענט וועלכער דארף וויילן אין שפיטאל אויף עטוואס א לענגערע וויילע ד.ה. פאר אן ערך פון דריי טעג און מער, (וויבאלד מען ווייסט שוין בעפאר אז מען וועט מוזן פארן און קומען לטובת די פאציענט א לענגערע צייט), ווי אויך פאר די פאציענטן אליין וועלכע דארפן צוקומען צו סיי וואספארא הילף צו זייער געזונט. ווי צו דאקטורים אדער געזונטהייט סענטער׳ס אויף א אפטער פארנעם. דאן טוט “חסד״ ארויסהעלפן דורכ׳ן אראפנעמען דעם עול פון טראסנפארטאציע פון זיי און זייערע קרובים, און דערמיט זיי איינשפאָרן סיי די שווערע קאסטן וואס עס קאסטן אפ די טעגליכע נסיעות, און סיי די פילע עגמת נפש וואס עס מאכט זיך.

עס איז פארשטענדליך אפילו מיט די הילף פון משפחה מיטגלידער און קאר סערוויסעס איז נישט שייך נאכצוקומען דעם געברויך פונעם פאציענט און די ארומיגע נאענטע, דעריבער פרובירן די “חסד״ וואלאנטירן צו לינדערן דעם מצב פאר אט די פאציענטן און זייערע משפחה מיטגלידער, מיטן נעמען אויף זיך דעם עול פון צושטעלן פרייע טראנספארטאציע פאר דעם פאציענט אדער פאר די וועלכע עס דארפן זיך אויפהאלטן מיטן פאציענט, אלעס ווערט אהערגעשטעלט מיטן גרעסטן תשואת חן, צו האבן א חלק אין די געוואלדיגע מצוה “גמילות חסדים״ און “ביקור חולים״.
פארוואס דארף מען זיך איינשרייבן?
כדי צו קענען געהעריג סערווירן די פאציענטן און מיטגלידער, און מען זאל זיי ריכטיג קענען אהערשטעלן די געברויכן, און פארזיכערן אז די וואס דארפן צוקומען דערצו זאלן נישט ליידן פון קיין מיספארשטענדעניש.

אין די זעלבע צייט מוז “חסד״ האלטן א חשבון איבער די פריאריטעט פון די וואס דארפן זיך באמת באנוצן מיט חסד, און פארזיכערן אז א נישט- אזוי-וויכטיגע טריפ זאל נישט גיין אויפן חשבון פון א וויכטיגע טריפ, און דורכדעם וועט “חסד״ קוואליפיצירן א פאציענט צו זיין אינעם סיסטעם אלץ פריאריטעט, און אויך כדי מען זאל וויסן אויב עס פארלאנגט זיך ספעציעלע אנווייזונגען לגבי דעם פאציענט.
דארף איך זיך שפירן ווי איך נוץ אויס
איינעם ביים גיין מיט חסד?
אויב זענט איר אין די פריער דערמאנטע קאטעגאריע, און איר זענט בארעכטיגט פאר “חסד״, זאלט איר ח״ו נישט שפירן אז איר נוצט איינעם אויס, פארקערט איר דארפט שפירן ווי איר זענט א מזכה הרבים, און איר ערמעגליכט אידן זיך איינהאנדלן מצוות און מעשים טובים, און אדרבה, אונזערע וואלאנטירן באדאנקן זיך פאר אייך פאר אונז ארויסהעלפן צו טון די געוואלדיגע מצוה בשלימות.

פארט בעטן מיר נאך אלץ זיך צו באניצן מיט׳ן שכל הישר, און אויב עס איז פארהאן אנדערע “גרינגע״ וועגן אנצוקומען צום שפיטאל, אזעלכע וועגן וואס טוט בכלל נישט שווער מאכן פארן פאציענט אדער מיטגליד אד״ג ווי א ביקור חולים באס, אדער א קאר וואס פארט סייווי אהין, זאל מען אין אזא פאל נישט מטריח זיין די חסד וואלונטירן פאר אומזינסט, כדי אז אנדערע וועלכע דארפן זיך קריטיש באנוצן מיט חסד, און האבן “נישט״ קיין אנדערע וועג, זאלן קענען סערווירט ווערן געהעריג.
וויאזוי שרייבט מען זיך איין אין “חסד״?
איינצושרייבן א פאציענט דארף מען אריינרופן צום חסד 718-218-9000 , עס פאדערט זיך אויסצוהערן די פונקטליכע סדר פון די נומערן, דרוקט דעם קנעפל וואס איז געשטעלט זיך איינצושרייבן, און לאזט איבער א זייער קלארע מעסעדזש זאגט קלאר ארויס אייער נאמבער, און איינע פון די “קארדינעיטארס״ וועלן אייך צוריקרופן ביז אפאר שעה און הערן פון אייך די דעטאלן, וויאזוי צוצושטעלן דאס בעסטע פאר אייך אן קיין טעותים.

כדי עס זאל נישט פאסירן קיין טעותים, איז וויכטיג אז בלויז איין משפחה מיטגליד זאל זיין באאויפטראגט צו באשטעלן די ריידס פון “חסד״ און מסדר זיין די זמנים.
איז שייך צו בעטן בלויז פאר א דרייווער וואס
פארט “סייווי״ צום אנגעגעבענעם פלאץ?
ווי דערמאנט ווערן רוב טריפס געדעקט דורך דרייווערס וועלכע פארן ספעציעל לטובת די מיטפארער, איז אין פאל אימיצער שפירט אז ער וויל נישט אויסנוצן “חסד״, וויבאלד ער קען אפשר טרעפן פאר זיך אן אנדערע וועג וואס וועט נישט עפעקטירן דעם געברויך פונעם פאציענט, דעריבער ,פארשטייט איר אז עס איז נישט ריכטיג צו מטריח זיין א דרייווער צו פארן ספעציעל צו דעם ארט, איז זייער א גלייכע זאך צו בעטן פונעם דיספעטשער אז איר ווילט בלויז א דרייווער וואס פארט סייווי אהין.

אבער זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז נאר גילטיג ביי “חסד רעגיסטרירטע״, דאס איז נישט געאייגנט פאר אנדערע וועלכע עס זענען נישט איינגעשריבן געווארן אין “חסד״, און מיר בעטן זיי זאלן נישט רופן די דיספעטשער׳ס, וויבאלד דאס טוט זיי שטערן צו סערווירן די פאציענטן, און ווי אויך טוט דאס שטערן דעם קאנפידענשיאליטי פון די וועלכע עס דארפן צוקומען צו “חסד״.
ווילאנג געדויערט ביז ווען
א קאארדינעיטער וועט מיך צוריקרופן?
געווענליך וועט עס געדויערן ביז מאקסימום אפאר שעה. אויב מאכט זיך אז שווערע פאל, און איר דארפט א טריפ און איר קענט נישט אויסווארטן ביז מען רופט אייך צוריק, און עס איז נישטא קיין אנדערע וועג, דאן קענט איר בעטן פונעם דיספעטשער א טריפ וועלכע פארט סייווי אויף יענעם ארט, און איר וועט שפעטער ענדיגן די רעגיסטראציע פאדערונגען.
וויאזוי קען איך אנהייבן זיך צו באנוצן
מיט די חסד סערוויסעס?
כדי מיר זאלן קענען ריכטיג שטיין צו הילף פאר די וועלכע עס דארפן צוקומען צו “חסד״, פאדערט זיך צו רעגיסטרירן ביי “חסד״, אן דעם וואס דער פאציענט איז נישט פון פאראויס איינגעשריבן אינעם חסד סיסטעם, וועט מען נישט קענען אננעמען קיין טריפ.

ווי דערמאנט קען מען זיך איינשרייבן ביי “חסד״ גלייך ווי מען ווייסט נאר אז מען וועט דארפן פארן אויף אפטע רפואות, אדער מען וועט דארפן וויילן אויף עטוואס מערערע טעג אין שפיטאל, אין אזא צייט קענט איר זיך שוין רעגיסטרירטן באלד ביים אנהויב, ווי מען וועט אייך אי״ה העלפן מיט די וועגן.
מיין פאל איז סענסעטיוו, צו קען איך זיך
איינשרייבן “קאנפידענשעל״?
יא! אויב איז אייער פארלאנג אז אייער נאמען זאל בלייבן אין געהיים, טוען מיר דאס רעספעקטירן און איר קענט רואיגערהייט געניסן פון די חסד סערוויסעס אן דעם וואס מיר זאלן וויסן ווער איר זענט, און איר קענט אפרעדן א פאלשן נאמען מיטן קארדינעיטאר.

- באשטעלן א קאר רייד -

וועלכע צייט קען מען רופן “חסד״ צו באשטעלן א קאר?
“חסד״ שטעלט צו קאר׳ס אנגעהויבן פון 4:00 אזייגער פארטאגס, ביז 12 אזייגער ביינאכט, אין געוויסע פעלער קען זיין א קאר שפעטסטענס ביז 1 אזייגער ביינאכט.

צו באשטעלן א קאר קען מען נאר רופן “חסד״ אין די דיספעטעשונג שעה׳ן, וואס דאס איז פון 8:00 צופרי ביז 10:00 ביינאכט. ביטע נישט איבערלאזן קיין מעסעדזש צו באשטעלן א קאר אין אנדערע זמנים פון די דיספעטשער שעות, ווייל עס איז נישט מעגליך פאר די דיספעטשער׳ס דאס אויסצוהערן.

צווישן די דאזיגע שעות קענט איר אריינרופן אז איר דארפט א קאר פאר סיי וועלכע שעות אין טאג (אפילו אויף די צייט וואס די חסד דיספעטשינג איז פארמאכט).

פאר די פרי מארגן קאר ריידס (אלעס בעפאר 9:00 אינדערפרי) דארף מען רופן א נאכט פריער צווישן די שעות פון 8:00 ביז 10:00 , כדי די דיספעטשער׳ס זאלן האבן גענוג צייט ארויסצושיקן די מעסעדזשעס פאר די וואלונטירן.
וויפיל צייט בעפאר די זמן פון די טריפ דארף מען
באשטעלן די קאר?
עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין אז אנדערש ווי א קאר סערוויס מוז א חסד וואלונטיר קענען געהעריג אויסרעכענען זיין סקעדזשול ווען ער קען זיך אוועקכאפן פון זיין יעצטיגע באשעפטיגונג וכדומה.

צוליב דעם און נאך אנדערע סיבות (ווי טעותים וועלכע קענען זיך מאכן א.א.וו.) מוז מען אריינרופן צו “חסד״ לכל הפחות א שעה אדער צוויי איידער מען וויל פארן, כדי מען זאל האבן גענוג צייט ארויסצושיקן דעם מעסעדזש פאר אלע חסד וואלונטירן, און זיי זאלן האבן גענוג צייט זיך אויסצורעכענען ווי געהעריג (אבער אויך נישט רופן צו סאך פריער פון דעם זמן).

ביטע נישט באשטעלן א קאר פאר “שוין״ בשום אופן, ווען איר באשטעלט א חסד קאר מוזט איר זיך רעכענען צו ווארטן כאטש א האלבע שעה.
אויף וויפיל צייט זאל איך רעכענען עס זאל געדוירן
די וועג?
נעמט אין אכט אז וויבאלד מען שטעלט צוזאם פארשידענע “חסד קאל׳ס״, איז מעגליך אז דער חסד וואלאנטיר וועלכער נעמט אייך אפ, וועט האבן נאך מערערע טריפס אויפצופיקן בעפאר אדער נאך אייער פיקאפ (חוץ אין פאל פון א פריוועט פריאריטי אד״ג), און דעריבער קען ער ווערן אויפגעהאלטן דא דארטן, און עס קען זיך עטוואס פארשלעפן. עס איז דעריבער זייער וויכטיג ווען איר באשטעלט א טריפ, דאס צו באשטעלן אויפן זייגער אזוי אז עס זאל נאך זיין גענוג עקסטערע צייט, אייך צו פארזיכערן צו קענען אנקומען צייטליך צו אייערע אפוינטמענטס.

ווי אויך קען זיך א געווענליכע חסד טריפ אמאל טוישן די צייט אויף ווען די דרייווער נעמט עס אן, צו פופצן מינוט ארויף אדער פופצן מינוט אראפ (געוואנדן אויפן סקעדזשול פונעם דרייווער). און איר וועט הערן די קלארע צייט אויף ווען די טריפ איז אנגענומען געווארן אויף די רעקארדינג וועלכע רופט אייך צוריק נאכדעם וואס א דרייווער האט אנגענומען דעם טריפ (וואס עס איז דעריבער גאר וויכטיג אויסצוהערן די מעסעדזש ווען מען רופט אייך צוריק - ווי ווייטער דערמאנט - און נישט גלייך דרוקן דעם “איינס׳ער״ צו באשטעטיגן).

אין פאל אייער טריפ פאדערט זיך צו זיין פונקטליך און עס איז “צייט סענסעטיוו״ זאגט עס קלאר פאר׳ן דיספעטשער, און מען וועט נישט קענען רוקן די צייט אויף אייער טריפ.
דער סדר פון באשטעלן א קאר
רופט אריין דעם חסד נומער 718-218-9000 , און פאלגט נאך וועלכע קנעפל עס פאדערט זיך צו פארבינדן מיטן דיספעטשער.

ווען איר רופט דעם דיספעטשער צו באשטעלן א קאר, זייט גרייט מיט די פאלגענדע קריטישע אינפארמאציע אז דער דיספעטשער זאל נישט דארפן פארברענגען קיין איבעריגע צייט מיטן ווארטן אויף אייך און לאזן אנדערע ווארטן לכבוד דעם, יעדע פון די אינפארמאציע איז זייער וויכטיג כדי אויסצומיידן אומאיינגענעמליכקייטן:

דער נאמען פונעם פאציענט “ד.ה. דער נאמען וויאזוי ער איז איינגעשריבן געווארן אין “חסד״, (מאכט זיכער דאס צו וויסן כדי נישט גורם זיין קיין מיספארשטענדענישן) אייער טעלעפאן נאמבער און אויך אייער סעל. נאמבער, נאמען פון שפיטאל, פונקטליכע אדרעס פון פיק-אפ (צווישן וועלכע און וועלכע עוועניו׳ס אדער סטריט׳ס), צאל פון פאסאזשירן, א מאן אדער פרוי. איינס אדער צוויי פיק-אפס, (לכתחלה זאל מען נישט מאכן קיין צוויי פיק-אפס נאר מען זאל זעהן צו ווארטן צוזאמען אויף איין פלאץ אויב שייך), א איין-וועג טריפ אדער א אהין-און-צוריק טריפ. אין פאל אויב איינער קומט צוריק, האטס גרייט יענעמ׳ס נומער, און זייטס אויך מודיע דעם דיספעטשער׳ס אויב יענער וועט קענען ווארטן אונטן גלייך ווי מען קומט אן צום שפיטאל אדער וועט מען דארפן ווארטן ביז דער ערשטער גייט ארויף און ערשט נאכדעם וועט יענער אראפקומען (פארשטייט זיך אז דאס איז נאר ווען מען קען נישט לאזן דעם חולה אליינס אפילו פאר אפאר מינוט, אבער אין א געווענליכער פאל דארף דער ערשטער מיטפארער זיך פארבינדן מיטן אנדערן אייניגע מינוט פאר מען קומט אן אין שפיטאל, צו פארזיכערן אז ער וועט ווארטן אונטן פאר חסד דרייווער).

אויב דארף מיטקומען א קינד וועלכער דארף האבן א “קאר סיעט״ דארפט איר דאס זייער קלאר זאגן פארן דיספעטשער. און בלויז א דרייווער וועלכע פארמאגט א קאר סיעט וועט געשיקט ווערן. א וואלונטיר וועלכע פארמאגט נישט קיין קאר סיעט וועט בשום אופן נישט מיטנעמען קיין קינד וואס דארף לעגאל האבן א קאר סיעט.
פארוואס ווארט איך אזוי לאנג ביים טעלעפאן
אויפן דיספעטשער?
יא, צומאל קען מען ווארטן לאנג ביז דער דיספעטשער הייבט אויף דעם טעלעפאן, איבערהויפט אינמיטן טאג.

די סיבה איז זייער א אומאיינגענעמע פאקט, ווייל ליידער דעקט היינט “חסד״ די אומגלויבליכע ציפער פון איבער 300 קאל׳ס א טאג! און פילע פון זיי זענען נעבעך גאר קריטישע רח״ל.

די דיספעטשער וועלכע זיצט אפאר שעה צוגעשמידט צום בענקל און פרובירט צופרינדצושטעלן מענטשן אין אלע ערליי מצבים וואס עס זענען נאר פארהאן ל״ע, רוהט נישט קיין מינוט, און מיר פארלאנגן פולע פארשטענדעניש און געדולד צו זיי.
איז פארהאן א וועג וויאזוי צו באשטעלן א חסד טריפ
און נישט דארפן ווארטן צו רעדן צום דיספעטשער?
אויב איז די טריפ קביעות׳דיג צום זעלבן פלאץ, דאס הייסט אז סיי די פלאץ פון וואו מען גייט און סיי די שפיטאל צו וואו מען גייט זענען אייביג אייניג, קען מען מאכן אז ווען איר רופט פון א געוויסע נומער (וו.צ.ב.ש. אייער היים נומער) זאל מען קענען אריינלייגן די טריפ דורך די טעלעפאן קנעפלעך.

די אפציע פארגרינגערט זייער שטארק סיי פאר׳ן דיספעטשער און סיי פאר׳ן אריינרופער.

זיך איינצושרייבן פאר אט דעם מעגליכקייט דארף מען רעדן צו איינעם פון די חסד קאארדינעיטארס.
וואס פאסירט נאכדעם וואס איך לייג אראפ מיט׳ן
דיספעטשער?
נאכדעם וואס איר לייגט אראפ מיט׳ן דיספעטשער ווערט די טריפ ארויפגעלייגט אויפן חסד וואַרט ליסטע, וואס בלויז די וואלונטירן האבן צוטריט דערצו (דורכ׳ן טעלעפאן און טעקסט מעסעדזש),

דער דיספעטשער שיקט דאן ארויס א מעסעדזש פאר א נייע טריפ פארלאנג (זעלבספארשטענדליך אן די נאמען פונעם פאציענט) און עס ווארט ביז איינער וואס די טריפ איז פאסיג פאר אים וועט דאס אננעמען. דאן באקומט דער וואס האט אנגענומען דעם טריפ די פונקטליכע אדרעס ווי אייך אפצונעמען.
וואס פאסירט נאכדעם ווען א וואלאנטיר נעמט אן
מיין טריפ?
נאכדעם וואס איינער נעמט אייער טריפ וועט אייך די סיסטעם אנרופן מיט אן אויטאמאטישע מעלדונג, עס איז וויכטיג איר זאלט עס אויסהערן דעם מעסעדזש ביז צום סוף און באשטעטיגן מיטן דרוקן דעם פארלאנגטער דעם קנעפל “איינס״ צו באשטעטיגן, ווייל דארט וועט איר הערן די וויכטיגע אינפארמאציע וועלכע קאליר קאר עס וועט קומען, און וויפיל אזייגער פונקטליך עס וועט קומען (נישט אייביג וועט עס זיין ממש אויף די פונקטליכע צייט אויף ווען איר האט עס פארלאנג, ווי פריער דערמאנט), אויב איר דרוקט נישט די פארלאנגטע קנעפל צו באשטעטיגן וועט אייך די סיסטעם נאכאמאל צוריקרופן.

אויב האט איר פארפאסט דעם טעלעפאן רוף, קענט איר אליינס צוריק רופן “חסד״ (פון דעם זעלבן טעלעפאן פון ווי איר האט באשטעלט די קאר), און די אויטאמאטישע סיסטעם וועט שוין פארשטיין אז איר רופט וועגן דעם טריפ, און אייך געבן דעם אפציע צו באשטעטיגן.
עס איז שוין שפעט, און קיינער האט נאכנישט גענומען
דעם טריפ?!
די ערשטע זאך רופט אן חסד מיטן טעלעפאן וואס איר האט גערופן באשטעלן, וואס ווי דערמאנט וועט דער אויטאמאטישער סיסטעם פארשטיין אז איר רופט וועגן אייער טריפ, און אייך זאגן צו די טריפ איז טאקע נאכנישט געדעקט געווארן. אויב ווען איר רופט אריין הערט איר נישט קיין שום מעלדונג וועגן איער טריפ, דאן פארבינדט אייך נאכאמאל מיט׳ן דיספעטשער.

אין פאל איר הערט אז דער טריפ איז ארויפגעלייגט געווארן, נאר עס איז דערווייל נישט געדעקט געווארן, זאל מען נישט קלינגען צום דיספעטשער פרעגן וואס עס טוט זיך מיט אייער טריפ, און פארוואס עס ווערט נישט געדעקט, דער דיספעטשער וועט אייך גארנישט קענען ענטפערן, ער טוט דאס מאקסימום וואס איז נאר מעגליך אז אלע טריפס זאלן ווערן געדעקט, און עס איז א גרויסע אחריות פון אייער זייט איבערצושטרענגען דעם אזוי אויך פארנומענע דיספעטשער, וועלכע וועט לכבוד דעם נישט קענען צופרידנשטעלן אנדערע קריטישע רופן געהעריג.

איר מוזט אין אכט נעמען אז “חסד״ קען נישט גאראנטירן אויף הונדערט פראצענט קיין טריפ, מען פרובירט מיט אלע כוחות. צומאל אפילו איר זענט שוין נאענט צום זייגער וואס איר דארפט צופארן, און עס האט זיך נאך אלץ נישט געמאכט קיין ענטפער, מיינט נאכנישט אז איר וועט נישט האבן קיין קאר, וויבאלד ווי שפעטער עס ווערט, אלץ מער רוקט זיך אייער טריפ ארויף אלץ א שטערקערער פארלאנג און מער “פריאריטי״, און עס איז גאר שטארק אנזעהבאר, אין אזא פאל וויבאלד עס איז נאכנישט גענומען געווארן, איז פארהאן מער שאנסן אז א וואלאנטיר קען באשליסן, זעהנדיג אז קיינער נעמט נישט דעם טריפ, צו פארן ספעציעל פאר אייערט וועגן, און אננעמען דעם טריפ.

דאס אלעס איז גילטיג אויך נאכדעם וואס עס איז שוין אדורך אייער פארלאנגטע צייט, וואס די טריפ וועט בלייבן אויפן סיסטעם, ווילאנג איר וועט דאס נישט קענסלען אדער עס וועט ווערן געדעקט. זייט גרייט און גערישט אז איר קענט צוליב דעם באקומען א קאל די לעצטע מינוט, אז איר זאלט זיין גרייט גלייך קענען אראפגיין צום קאר און נישט אז די דרייווער זאל דארפן ווארטן.
איך האב באשלאסן צו גיין מיט א צווייטן, דארף איך
קענסלען די חסד טריפ?
יא! איר מוזט קענסלען די חסד טריפ אויב איר האט געטראפן אן אנדערע וועג. אפילו עס איז שוין אדורך די צייט אויף ווען איר האט באשטעלט די חסד טריפ.

נעמט אין אכט! ווען איר קענסלט א “חסד טריפ״ טוט עס זייער שנעל גלייך ווי עס מאכט זיך אנדערע פלענער, אפילו מיר האבן אייך נישט צוריק גערופן, צו פארזיכערן אז עס ווערט נישט געומען דורך א וואלונטיר, און נאך איידער ער לאזט זיך שוין ארויס אויפן וועג צו אייך. וואס דאן איז עס אראפגענומען פונעם געטרייער וואלונטיר׳ס טייערע צייט פאר גארנישט.
וויאזוי קענסעלט מען די טריפ?
איר רופט אריין חסד פונעם טעלעפאן פון וועלכע איר האט באשטעלט דעם טריפ, און די אויטאמאטישע סיסטעם וועט אייך געבן די אפציע צו קענסלען די טריפ. אדער דרוקט דעם קנעפל צו רעדן צום דיספעטשער.

אויב האט שוין איינער אנגענומען דעם טריפ און איר ווילט עס קענסלען אדער פאר סיי וועלכע טויש, וועט איר מוזן זיך פארבינדן פערזענליך צום דיספעטשער. אין אנדערע שעות פונעם דיספעטשונג קענט איר זיך פארבינדן מיטן דרייווער זעלבסט.

- צייט און פונקטליכקייט -

די חסד קאר גייט טאקע זיין ביי מיר פונקטליך אין די
אפגעשמועסטע צייט?
עס ווערט ערווארט אז אלע מיטפארער זאלן זיין גרייט צו די פונקטליכע צייט, און רוב מאל וועט די חסד קאר זיין ביי אייך צו די באשטימטע צייט.

אין א פאל פון שפעטיגן וועט איר מערסטענס פאל באקומען א קאל פונעם דרייווער וועלכע וועט אייך לאזן וויסן פונעם פארשפעטיגונג, אבער נישט אייביג קענט איר זיין געראכטן דערויף, און איר מוז זיין גרייט צו יעדע פאל.

איר דארפט אין אכט נעמען אז עס קען זיך פארט מאכן פארשפעטיגונגען, איבערהויפט אין די פרימארגן אדער נאכמיטאג שעות ווען סקול באסעס קענען פאראורזאכן שווערע טראפיק אויף די גאסן. אדער קען זיך מאכן אז וויבאלד דער טריפ האט נאך חסד קאל׳ס פון אנדערע, ווען מאנכע קענען צומאל פאראורזאכן פארשפעטיגונגען. פארט אויב עס נעמט לענגער ווי געראכטן קענט איר אליינס זיך פארבינדן מיטן דרייווער דורכ׳ן אריינרופן צו “חסד״, און הערט אויס די מעגליכקייטן אויפן טעלעפאן וועלכע וועט אייך געבן דעם אפציע זיך צו פארבינדן דירעקט מיטן דרייווער.

וויבאלד עס מאכט זיך פארשפעטיגונגען איז דעריבער זייער וויכטיג איבערצוגעבן פאר׳ן דיספעטשער ביים באשטעלן די טריפ אייער סעלפאון נומער, ווי מען קען זיך מיט אייך פארבינדן בשעת איר ווארט אונטן אויפן גאס, און אייך לאזן וויסן פון סיי וועלכע טויש אינעם טריפ.
איך מוז אנקומען אין צייט, איז שייך צו פארלאנגן אז
איך זאל זיין דער איינציגסטער מיטפארער?
צוליב די איבערפלוס פון חסד רופן וועלכע מוזן געדעקט ווערן, וועלן מיר אין רוב פעלער נישט אננעמען אזא פארלאנג, סיידן ווען מען טראגט פאציענטן מיט ספעציעלע געברויכן, און מען קען נישט מיטנעמען אנדערע מיט זיך, וואס אט די פארלאנגען דארף מען ערלעדיגן מיט די “חסד קארדינעיטאר׳ס״ פון פאראויס. און איר מוזט זיין גערישט אז אנדערע פאסאזשירן וועלן ווערן אויפגעפיקט אדער אראפגעלייגט בעפאר אייך.

וויאזוי אימער, איז ווי דערמאנט רעקאמענדירט צו רופן דעם חסד קאר אביסל פריער ווי איר ווילט ארויספארן, ווייל עס איז קיינמאל נישטא קיין פארזיכערונג אז דער דרייווער זאל אנקומען פונקטליך, און אז איר וועט אנקומען אין צייט, עס מאכט זיך זייער אסאך פארשפעטונגען.

אודאי אויב איז אייער טריפ צייט סענסעטיוו, איז דאס מאקסימום וואס איר קענט טון צו “רופן די קאר אויף פריער״ צו האבן גענוג צייט פאר פארשפעטיגונגען, און איר קענט אין אזא פאל בעטן דעם דיספעטשער אז מען זאל נישט קענען רוקן די צייט פונעם טריפ.

- נאך וויכטיגע אנווייזונגען בנוגע פונקטליכקייט -

אנווייזונגען בנוגע פונקטליכקייטן
עס איז וויכטיג נישט צו לאזן דעם דרייווער ווארטן קיין מינוט, וואס דאס קען גורם זיין אסאך עגמת נפש פאר׳ן דרייווער אדער פאר אנדערע פאסאזשירן. זייט גרייט אינדרויסן אז ווען דער חסד קאר קומט אן זאלט איר קענען גלייך אריינגיין אן קיין איבעריגע פארזוימונגען.

איבערהויפט איז דאס אקטועל ביי די אריינגאנג צו מערסטנס שפיטעלער ווי מען קען זיך נישט אפשטעלן לענגער ווי א האלבע מינוט, און אויב זענט איר נישט דארט אין צייט זענט איר גורם אז דער דרייווער זאלן מוזן נאכאמאל ארומפארן די אנגעלייגטע “וואן וועי״ גאסן, און פארלירן גאנצע 15 מינוט.

אין פאל אז פארן “פאציענט״ איז שווער צו שטיין און ווארטן ביים אריינגאנג פון שפיטאל, ביטע אריינרופן דעם דרייווער, און אים בעטן אז ער זאל רופן ווען ער קומט אן נענטער צום שפיטאל, כדי מען זאל נישט דארפן ווארטן אויפן גאס.

איר מוז נעמען אין אכט אז בכל אופן, קענען די חסד וואלונטירן נישט ווארטן אויף אייך לענגער ווי פינף מינוט. איבערהויפט ווען עס איז דא נאך מיטפארער אין קאר.

מיר האבן פריער דערמאנט אז אויב דארף מען דעם קאר רייד אויף אהין און צוריק (זיך צו טוישן מיט׳ן פריערדיגע מיטגלידער וואס געפונט זיך אין שפיטאל) דארפט איר ארויפרופן צום שפיטאל פינף מינוט איידער איר קומט אן אז דער אנדערער וועלכע דארף אהיימקומען מיטן קאר זאל וויסן אראפצוקומען און דער דרייווער זאל נישט מוזן ווארטן.

אויב איז נישט שייך אז יענער זאל אראפקומען איידער איר זענט שוין דארט אויבן, צוליב דעם וואס איינער מוז דארט זיין יעדע מינוט, דארף דאס ווערן קלאר געזאגט פארן דיספעטשער ביים באשטעלן די קאר.

- די טריפ -

וואס דארף איך וויסן אריינגייענדיג אינעם קאר?
צום אלעם ערשטן מאכט זיכער אז דער קאר איז געקומען ספעציעל פאר אייך און פרעגט אים קלאר ווי אהין ער פארט, און צו ער פארט טאקע צו דעם שפיטאל ווי איר ‘דארפט אנצוקומען. דאס זעלבע ביים אהיימגיין מאכט זיכער אז דער קאר איז פון “חסד ד׳וויליאמסבורג״, און אז ער פארט קיין וויליאמסבורג... נישט איר זאלט אנקומען צו אנדערע פלעצער.

עס האט זיך שוין געמאכט גאר אסאך טעותים ווען מען האט אויפגעפיקט די נישט ריכטיגע מענטשן און מען האט זיך דאס הערשט געכאפט אינמיטן וועג, וואס ווי פארשטענדליך איז דאס צומאל גורם אסאך עגמת נפש..
געהיימניס
אויב זענען פארהאן נאך פאסאזשירן אינעם קאר טוישט בשום אופן נישט אויס מיט זיי קיין איבעריגע ווערטער וועגן אייער אדער זייער מצב, אפילו איר מיינט אז יענער איז אייך באקאנט און היימיש. עס האט זיך שוין זייער אסאך מאל ארויסגעשטעלט ווי אן איבעריגע ווארט, א שאלה, אדער א הערה האט יענעם געשטאכן גאר שטארק. מען קען קיינמאל נישט וויסן פארוואס יענער נוצט יעצט חסד, און זיין מצב.

אלעס וואס איר זעהט און הערט אין א חסד קאר מוז בלייבן שטרענג קאנפעדענשעל, און טאר צו קיינעם נישט אריבערגיין אפילו ברמז!
וויאזוי דארף איך מיך באנעמען צום דרייווער?
דער דרייווער האט אוועקגעגעבן זיין טייערע צייט צו נעמען דעם טריפ הארץ און גערן, און איר דארפט זיך רעכענען מיט זיינע געפילן, זיך באדאנקן מיטן גאנצן הארץ, נישט אים פרעגן פערזענליכע שאלות, (וואס טוסטו פאר פרנסה? וכדומה) אדער שמועסן וועגן פערזענליכע ענינים.

פרובירט נישט אויפמערקזאם צו מאכן וועגן זיין דרייוון, אויב האט איר סיי וועלכע הערה וועגן דעם דרייווער, קענט איר אריינרופן צו חסד דאס איבערגעבן, און מיר וועלן אים אויפמערקזאם מאכן דערויף מיט די ריכטיגע מיטלען.

רעדט ווי ווייניגער אויפן סעלפאון, נאר אין פאל עס איז וויכטיג פארן פאציענט אדער גאר וויכטיגע ענינים וואס קען נישט ערלעדיגט ווערן אויף באלד. ביטע נישט עסן אין קאר, ווי אויך נישט עפענען קיין מאכלים אינעם קאר, חוץ אין אויסנאם פעלער.

עס איז בשום אופן נישט ערלויבט צו בעטן פונעם דרייווער סיי וואס עס איז נישט קלאר אויסגעשמועסט געווארן מיטן דיספעטשער ביים איבערגעבן דעם טריפ, ווי צופארן צו אן אנדערע פלאץ, אפטראגן צו א בעבי סיטער, מאכן א סטאפ עפעס צו קויפן אדער אויפפיקן, א.ד.ג.
נאך וויכטיגע איינצלהייטן וואס איר זאלט געדענקן
וועגן חסד:
מיר שטעלן צו אונזער לשם שמים׳דיגער סערוויס בלויז פאר משפחה מיטגלידער, נישט מער ווי “צוויי מענטשן״ אויפאמאל (אויסער דעם פאציענט), אזעלכע וועלכע וועלן בלייבן אין שפיטאל מיטן פאציענט. עס איז אויסדרוקליך נישט פאר סתם באזוכער וועלכע קומען און גייען.

מען זאל נישט מיטברענגען קיין קליינע קינדער (חוץ אויב זיי זענען אליין די פאציענטן).

ווי אויך איז בשום אופן נישט ערלויבט מיטצונעמען סיי וועם מיט אייער “חסד טריפ״, וו.צ.ב.ש. איינער וואס דארף סייווי אנקומען קיין מאנהעטן. יעדער וואס פארט מיט מיט׳ן קאר דארף איינגעמאלדן ווערן פון פאראויס.

טריפס צו די מרחקים זאלן אריינגערופן ווערן צו חסד א טאג-צוויי פריער.
מיט וואס קען איך מיך באדאנקן פאר חסד?
מיט׳ן זאגן א ווארימע יישר כח פארן דרייווער. מאכט אים שפירן אז ער האט אייך באמת ארויסגעהאלפן. קיין חסד דרייווער וועט אויף קיין פאל נישט נעמען געלט פון אייך, די חשבון איז צו באקומען באצאלט גלייך פונעם רבונו של עולם.

אין פאל איר זענט ביכולת, און איר ווילט מיט עפעס שטיצן “חסד״, קענט איר אין אכט נעמען אז “חסד״ מאכט נישט קיין אקציעס און קיין מלוה מלכה׳ס, כאטש עס קאסט אפ א יאר גרויסע געלטער, סיי די דיספעטשונג פראגראם׳ס די עקוויפמענטס, און די רעפעיר׳ס, “חסד״ צאלט אויך אויס א חלק “געז״ פאר דרייווער׳ס.

דעריבער אויב זענט איר ביכולת קענט איר ביישטייען א נדבה צו דעקן די גרויסע בודזשעטן, אויף:
Shop at Amazon Smile and Amazon will make a
  donation to Chesed of Williamsburg. Learn More
Save for the things you love, your family,
fun hobbies, favorite charity, your future.
Chesed Volunteers of Williamsburg, Inc.
Mailing Address:
644 Wythe Avenue
Brooklyn, NY 11249

Administration:
347-699-8747

Dispatch:
718-218-9000

Email:
chesedw@chesed.org




Affiliates: